איינגעבן א בקשה
- פילט אויס די Individual Grant Application Form (בקשה־פארעם פאר יחידים).
- איר וועט דארפן א KYC פארעם, א באווייז פון אידענטיטעט און א באווייז פון פינאנציעלער נויט, ווי למשל א באווייז פון בענעפיטס. אויב איר האט נישט קיין אפיציעלע דאקומענטן, קען מען אננעמען א בריוו פון אן אנגעזעענער פערזענליכקייט.
- נאך דער באשטעטיגונג קענט איר באקומען א Fundd קארטל דורך דער פאסט, אדער איר קענט אויסקלייבן אז מען זאל אייך באצאלן אין א באנק־חשבון.
אייער יערליכע גרענעץ
- יחיד: ביז £5,000 א יאר.
- פארפאלק: ביז £10,000 א יאר.
- פארפאלק אדער הויזגעזינד מיט דריי אדער מער קינדער: ביז £15,000 א יאר.
- דאס זענען מאקסימום סכומים, נישט קיין זיכערע רעכט. א מאן און ווייב ווערן גערעכנט ווי איין הויזגעזינד, און עקסטערע קארטלעך אדער חשבונות לייגן נישט צו צו דער גרענעץ.
- אייער גרענעץ באנייט זיך יעדעס יאר אויפן זעלבן טאג ווען אייער קארטל איז ארויסגעגעבן געווארן.
וויאזוי די גרענטס ווערן באצאלט
- גרענטס ווערן באצאלט אין כפולות פון £5.
- נארמאל קען מען באקומען איין גרענט אין יעדע זיבן טעג. גרענטס פון פארשידענע גרענט־חשבונות, אדער וואס ווערן באצאלט פריער פאר א יום טוב אדער וואקאציע, קענען זיין אן אויסנאם.
- קיין איינצלנע גרענט טאר נישט זיין מער ווי £3,000 אונטער דעם נארמאלן פראצעס.
- מען קען נישט ניצן אייער קארטל צו ארויסנעמען קעש, פאר רייזעס, אדער צו קויפן וויין.
עקסטערע הילף
- איר קענט באזונדער איינגעבן א בקשה פאר אן אויסערגעווענליכער גרענט, פאר זאכן ווי מעדיצינישע אדער נכות־הוצאות, א חתונה אדער אן אנדערע דרינגענדע נויט. איר וועט דארפן באווייזן.
- איר קענט בעטן איבערצופירן געלט צו אן אנדערער צדקה, נאכדעם וואס Fundd האט באשטעטיגט יענע צדקה.
א קורצער וועגווייזער וויאזוי Fundd ארבעט. די פולע פאליסי און די Terms of Use (תנאים) האבן דעם פארטריט. די ענגלישע ווערסיע איז די אפיציעלע.